פעדעריקא פעליני
געבורט |
20 יאנואר 1920 איטאליע |
---|---|
טויט |
31 אקטאבער 1993 (אלט 73) רוים, איטאליע |
מדינה | איטאליע |
www | |
פֿעדעריקא פֿעליני (20טן יאנואר 1920 - 31סטן אקטאבער 1993) איז געווען אן איטאליענישער רעזשיסאר און סצענאר שרייבער.
יונגע יארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פעליני איז געבוירן געווארן דעם 20טטן יאנואר 1920 אין רימיני, דעמאלסט א קליין שטעטל אויפן אדריאטישן ים. זיין פאטער, אורבאנא פעליני, איז געווען א בעקער. זיין מוטער, אידא בארביאני, איז געווען פון א משפחה פון קאטוילישע סוחרים. פעליני איז געווען דער עלצטער פון דריי געשוויסטער; די אנדערע צוויי זענען געווען ריקארדא און מאריא מאדאלענא.
סעפטעמבער 1939 האט ער זיך איינגעשריבן אין דער געזעץ שולע פונעם אוניווערסיטעט פון רוים, א טובה טון זיינע עלטערן, אבער ער האט נישט שטודירט דארט. פרנסה האט ער געהאט פון צייכענען פארטרעטן.
אין אקטאבער 1943 האט ער געהייראט דזשוליעטא מאסינא. אין מערץ 1945 האט זי געבוירן א זון, וואס איז געשטארבן נאך דריי וואכן.
שפעטער האט פעליני אנגעהויבן שרייבן פילמען.